פּאָליטיק און השפּעה

פּאָליטיק און השפּעה

די אײַנװױנערס פֿון מערבֿ־גיעטאַלאַנד קענען װירקן אויף אַ סך שײכדיקע ענינים. אויסגעקליבנע פּאָליטיקאַנטן פֿירן אָן דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן. װען דו שטימסט אין די ראַיאָן־װאַלן װירקסטו אויף װי אַזוי מע ניצט אויס דײַן שטײַער. אַ טײל פֿונעם שטײַער ניצט מען צו פֿירן אָן די ראַיאָניקע אונטערמעמונגען, למשל, דאָקטערײַ, טראַנספּאָרט און קולטור. מע שטימט אין די ראַיאָן־װאַלן יעדע פֿיר יאָר װען מע אויך שטימט אין די נאַציאָנאַלע װאַלן און די קאָמונע־װאַלן.

 

אַזוי פֿירט מען אָן דעם ראַיאָן פֿון מערבֿ־גיעטאַנד

מע פֿירט אָן דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן אָן דורך פּאָליטישע באַשלוסן. עס איז דער ראַיאָניקער פּאַרלאַמענט װאָס באַשליסט צילן און פּריאָריטעטן. די 149 מיטגלידער פֿונעם פּאַרלאַמענט זײַנען אויסגעקליבן געװאָרן פֿון די מערבֿ־גיעטאַלאַנדישע אײַנװױנערס אין משך פֿון די שװעדישע װאַלן.

דער ראַיאָניקער פּאַרלאַמענט באַשליסט אַלגעמײנע צילן און פּריאָריטעטן אין דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן (VGR). פּאָליטיקאַנטן פֿון אַמטן און קאָלעגיעס באַשליסן װען עס קומט צו אַנדערע ענינים װעלכע האַנדלט זיך װעגן פֿירן די ראַיאָניקע אונטערנעמונגען אויף אַ פֿונקציאָנעלן אופֿן.

עס אַרבעט ברך 11000 פּאָליטיקאַנטן אין דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן. זײ זײַנען אויסגעקליבן געװאָרן פֿון דעם ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט און קומען פֿון איבערן גאַנצן ראַיאָן. ס'רובֿ פֿון זײ אַרבעטן מיט פּאָליטיק אויף דער פֿרײַצײַט.

די פּאָליטיקאַנטן באַשליסן װעגן די אונטערנעמונגענס אָנפֿירונג, עקאָנאָמיע, צילן און פּריאָריטעטן. די באַאַמטע פֿירן אָן און אַנטװיקלען די אונטערנעמונגען לויט די פּאָליטישע באַשלוסן. די באַאַמטע שטיצן אויך אונטער די פּאָליטישע אָרגאַניזאַציע דורך אָפּשאַצונגען, אַנאַליזן און קאַלקולאַציעס, פּלענער און פֿאָרשלאָגן פֿאַר די פּאָליטישע באַשלוסן.

 

די פּאָליטישע מאַכט

די פּאָליטיקאַנטן אין דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן זײַנען מיטגלידער פֿון פֿאַרשײדנענע פּאָליטישע פּאַרטײען. די אָפּטײלונג אין דעם ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט – די מאַנדאַט־פֿאַרטײלונג – איז אַ באַשטימט געװאָרן דורך די װאַלן. ס'רובֿ מאָל פֿירן די פּאַרטײען װעלכע צוזאַמען האָבן אַ מערהײט פֿון די מאַנדאַטן, דאָס הײסט 75 פֿון 149 מאַנדאַטן. נאָך די װאַלן 2014 האָבן די מאָדעראַטן, די גרינע, די ליבעראַלן און די קריסטלעכע דעמאָקראַטן, אַזאַ מערהײט מיט 76 פֿון די 149 מאַנדאַטן. דערפֿאַר, איז די איצטיקע אָפּאָסיציע אינעם ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט די סאָציאַלדעמאָקראַטן, די לינקע און די שװעדן־דעמאָקראַטן.

די מאַנדאַט־פֿאַרטײלונג איז אויך דער גרונד פֿאַר דער צאָל רעפּרעסענטאַנטן אין די אַמטן און קאָלעגיעס, און אויך פֿאַר דער פֿאַרטײלונג פֿון די פאָסיציעס: אָנפֿירער, ערשטער װיצע־אָנפֿירער און צװײטער װיצע־אָנפֿירער.

 

אַזוי קענסטו װירקן אויפֿן ראַיאָן

אין אַ רעפּרעסענטאַטיװער דעמאָקראַטיע װי שװעדן קען מען קודם־כּל װירקן אויף דער געזעלשאַפֿט דורך שטימען אין די װאַלן. דו זאָלסט שטימען פֿאַר די פּאָליטיקאַנטן אָדער פּאַרטײ װעלכע דו מײנסט װעלן אָנפֿירן די אונטערנעמונגען פֿונעם ראַיאָן אויפֿן בעסטן אופֿן.

בײַשפּילן פֿון אופֿנים צו װירקן אויפֿן ראַיאָן:

שטימען אין די ראַיאָן־װאַלן

מע שטימט פֿאַרן ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט אין די שװעדישע װאַלן יעדע פֿיר יאָר. די נעקסטע װאַלן זײַנען אין סעפּטעמבער 2018. צװישן די װאַלן זײַנען עס פֿאַראַן אַנדערע אופֿנים צו באַװירקן דעם ראַיאָן.

צונויפֿקלײַבן אינפֿאָרמאַציע

פֿאַר דעם װאָס מע באַשליסט עפּעס איז עס דאָ אַ פּלאַניר־פֿאַזע װֹוּ מע פֿאָרשט אויס, דיסקוטירט און שאַצט אָפּ פֿאַרשײדענע לײזונגען און פֿאָרשלאַגן. ביסטו פֿאַראינטעריסירט מיט אַן ענין, לערן זיך װֹעגן דעם! װער טראָגט דאָס אַחריות? װי אַזוי מאַכט מען באַשלוסן? װאָס איז דער הינטערגרונט? לײען אויפֿן װעבזײַטל פֿונעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן, זוך אין דעם רעגיסטער, פֿרעג אַ באַאַמטער אָדער אַ פּאָליטיקאַנט, לערן זיך און געפֿין אינפֿאָרמאַציע, למשל אויף אינטערנעץ. די אָנפֿירערס פֿון אונטערנעמונגען און פֿאֲרװאַלטונגען באַשליסט אַ סך זאַכן.

ס'רובֿ אינפֿאָרמאַציע איז עפֿנטלעך

דער פּרינציפּ פֿון עפֿנטלעכקײט גיט דיר דאָס רעכט צו לײענען אַלדי דאָקומענטען אָנגעשריבן פֿון אָדער אַרײַנגעשיקט צום מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן. עס איז אַ פּאָר אויסנעמען, למשל מעדיצינישע אַקטן און רײנער אַרבעט־מאַטעריאַל.

באַזוכן אַ מיטינג פֿון דעם ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט

די מיטינגען פֿונעם ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט זײַנען עפֿנטלעך – יעדער אײנער קען קומען צו גאַסט און צוהערן. דו קענסט אויך קוקן אויף די מיטינגען לײַװ אויף vgregion.se און אויפֿן לאָקאַלן ראַדיאָ. אַלטע רעקאָרדירונגען איז אויך פֿאַראַן אויף vgregion.se.

בירגער־דיאַלאָג

די קאָלעגיעס פֿון געזונט און דאָקטערײַ זאָלן רעדן מיט די אײַנװױנערס פֿונעם ראַיאָן. די קאָלעגיעס פֿון געזונט און דאָקטערײַ טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר קליניקעס, שפּיטאָלן, דענטיסטן, ענינים לגבי פֿאָלקסגעזונט און אינװאַלידקײט. דו קענסט רעדן מיט אַ קאָלעגיע־פּאָליטיקאַנט װאָס דו מײנסט איז גוט און/אָדער באַקאַנט. די קאָלעגיעס פֿון געזונט און דאָקטערײַ שטעלן זיך אויך כּסדר אין פֿאַרבינדונג מיט פֿאַרשײדענע באַניצערס און אָרגאַניזאַציעס.

דער בירגער־דיאַלאָג פֿון די קאָלעגיעס פֿון געזונט און דאָקטערײַ

שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אַ פּאָליטיקאַנט

דו קענסט אויך זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אײן אָדער עטלעכע פּאָליטיקאַנטן דורך טעלעפֿאָן, בליצפּאָסט אָדער פּאָסט. װילסטו זיך טרעפֿן מיט אַ פּאָליטיקאַנט קענסטו באַשטעלן אַ צײַט פֿאַר אַ מיטינג מיט אים/איר.

שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אַ באַאַמטער

דו קענסט דײַנע באַמערקונגען אָדער פֿאָרשלאָגן איבערלאָזן צו אַ באַאַמטער. דו קענסט צושיקן אַ בליצבריװ גלײַך צום באַאַמטער אָדער צו דער רעגיסטראַציע, װאָס רעגיסטרירט דײַן פֿראַגע און שיקט איר װײַטער צום גערעכטן פּאַרשוין.

דעבאַטירן

דו קענסט מאַכן אַנדערע מענטשן פֿאַראינטערעסירט מיט דײַן פֿראַגע דורך שרײַבן אַרטיקלען און פּובליציסטיק אין צײַטונגען אָדער דורך סאָציאַלער מעדיע למשך אַ בלאָג, טװיטער אָדער פֿאַרשײדענע װעבזײַטלעך װוּ מע קען דעבאַטירן.

באַטײלן זיך אינעם פּאָליטישן לעבן

דו קענסט זיך אויך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אַ פּאָליטישער פּאַרטײ װאָס װילן דורכפֿירן דײַן פֿראַגע. צו באַטײליקן זיך אינעם פּאָליטישן לעבן איז אַװדאי דער בעסטער אופֿן צו באַװירקן.

דעמאָקראַטיע־סקװער

אויף גימנאַזיע־שולעס אין מערבֿ־גיעטאַלאַנד אַראַנזשירט מען דעמאָקראַטיע-סקװערן, װוּ פּאָליטיקאַנטן שמועסן מיט תּלמידים װעגן רעלעװאַנטע ענינים פֿאַר יוגנט.

דעמאָקראַטיע־סקװער אין מערבֿ־גיעטאַלאַנד

אינדיװידן

װילסטו װירקן אויף עפּעס װאָס האָבן צו טאָן מיט אינדיװידן, למשל געזונט, באַהאַנדלונג און אויפֿזע פֿון אַ פּאַציענט, זאָלסטו קודם־כּל רעדן מיט די אָנגעשטעלטע, די אָרגאַניזאַציע אָדער די אָנפֿירערס. דו קענסט אויך רעדן מיט אײן פֿון די קאָלעגיעס פֿאַר פּאַציענטן. פּאָליטיקאַנטן רעדן בכּלל ניט װעגן ענינים װעלכע האַנדלט זיך װעגן אינדיװידן.

Senast uppdaterad: 2017-10-17 14:50