געזונט און דאָקטערײַ

מיר טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דעם װאָס די אײַנװױנערס פֿון מערבֿ־גיעטאַלאַנד זאָלן האָבן צוטריט צו גוטע קליניקעס און שפּיטאָלן. ס'רובֿ פֿון די ראַיאָניקע אונטערנעמונגען האַנדלט זיך װעגן געזונט און דאָקטערײַ. ברך 90 פּראָצענט פֿונעם בודזשעט האָט צו טאָן מיט געזונט און דאָקטערײַ

װען מע װערט קראַנק, פֿאַרװוּנדיקט אָדער דאַרף אַן עצה װעגן דעם געזונט איז עס בעסער אויב מע גלײַך װעגס קומט צום גערעכטן אָרט פֿון דער געזונט־סיסטעם. דער געזונט־װעגװײַזער 1177, קליניקעס און שפּיטאָלן האָבן פֿאַרשײדענע אויפֿגאַבעס כּדי צו באַהאַנדלען פּאַציענטן אויפֿן בעסטן אופֿן.

www.1177.se

דער געזונט־װעגװײַזער 1177 איז אַ נאַציאָנאַלער אינפֿאָרמאַציע־צענטער פֿאַר געזונט־ענינים. מע קען זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיטן געזונט־װעגװײַזער 1177 טאָג װי נאַכט דורך אינטערנעץ און טעלעפֿאָן און מעדיצינישער פּערסאָנאַל קען אָפּשאַצן אויב דו דאַרפֿסט מעדיצינישע הילף, גיב דיר עציות און פֿירן דיר צו אַ קליניק אָדער אַ שפּיטאָל.

דאַרפֿסטו באַזוכן אַ דאָקטער זאָלסטו קודם־כּל זיך שעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דײַן קליניק. בײַ נאַכט שטעלט מען זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אַ דיזשור־קליניק. די שפּיטאָלן באַזוכט מען װען מע דאַרף אַ באַהאַנדלונג פֿון אַ ספּעציאַליסט. אין אַ נויטפֿאַל קלינגט מען אָן 112.

אויף 1177.se קען מען לײענען װײַטער װעגן די רעכט לגבי דעם געזונט־סיסטעם. דאָ קענסטו אויך געפֿינען אינפֿאָרמאַציע װעגן װי אַזוי מע לאָזט איבער אַ באַמערקונג װען מע איז ניט צופֿרידן מיט אַ באַהאַנדלונג, דער באַהאַנדלונג־גאַראַנטיע, פּרײַזן, װער האָט צוטריט צו דײַנע מעדיצינישע אַקטן און אַזוי װײַטער

http://www.1177.se/Vastra-Gotaland/Nationella-minoritetssprak/Nationella-minoritetssprak/


Senast uppdaterad: 2017-10-17 14:04