Startsida för Start Jiddish

(VGR) דער אַרבעט פֿון דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן

דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן געזונט־סעקטאָר, עקאָנאָמישן װוּקס און אַנטװיקלונג און אויך דער עפֿנטלעכער טראַנספּאָרט־סיסטעם אין מערבֿ־גיעטאַלאַנד.

דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן אַרבעט צו געבן די אײַנװױנערס פֿון מערבֿ־גיעטאַלאַנד צוטריט צו אַ גוטער געזונט־סיסטעם. דאָס הײסט למשל גוטע שפּיטאָלן, קליניקעס און דענטיסטן.

מיר טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דעם װאָס עס זאָל זײַן דאָ עפֿנטלעכע טראַנספּאָרטן אין גאָר דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנד און מיר פֿירן אָן מערבֿ־טראַפֿיק (Västtrafik), אַ פֿירמע װאָס פֿאַרזיכערט זיך אַז דו קענסט פֿאַרן מיט באַן, אויטאָבוס, טראָלײבוס און שיפֿל.

עס זאָל זײַן פֿאַראַן מוזיק, טעאַטער, טאַנץ, פֿילם, קונסט, היסטאָריע און אַנדערע מינים קולטור אומאָפּהענגיק פֿון װוּ דו װױנסט. דערפֿאַר, שטיצט דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן אונטער דאָס רײַאָניקע קולטור־לעבן. מיר פֿירן אָן אַ סך פֿאַרשײדענע קולטור־פּראָיעקטן, למשל, דעם גיעטעבורגער באָטאַנישן גאָרטן, דעם מערבֿדיקן ראַיאָן־טעאַטער און דעם װיטליקער מוזײ.

דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן זאָלן אויך אַנטװיקלען מערבֿ־גיעטאַלאַנד דורך פֿאַרזיכערן זיך אַז עס זײַנען דאָ אויסבילדונגען, אַרבעטן און אַ גוטע פֿרײַצײַט.

דורך אונדזער אַרבעט פֿאַר דער נאַטור־סבֿיבֿה װילן מיר שאַפֿן אַ בעסערע נאַטור־סבֿיבֿה און אַ בעסער געזונט – פֿאַר אונדז און קומענדיקע דורות.

אַרבעט בײַ אונדז

דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן איז דער גרעסטער אַרבעט־געבער אין שװעדן, ברך 56000 מענטשן אַרבעטן דאָ. װילסטו אויך אַרבעטן דאָ?

לײען װײַטער װעגן װי מע שיקט אַרײַן אַן אַפּליקאַציע דאָ: פֿאַרבינדונג צום אַרבעט־זײַטל

גרינדן און אָנפֿירן אַ פֿירמע

מיר שטיצן אויך אונטער פֿירמעס און פֿאָרשערס און שאַפֿן אַזוי אַרבעטן אין מערבֿ־גיעטאַלאַנד. דאָ איז פֿאַראַן װײַטער אינפֿאָרמאַציע װעגן די שטיצן מע קען קריגן כּדי צו גרינדן און אָנפֿירן אַ פֿירמע

קאַנעקשאַן צו רעגיאָנאַל אַנטוויקלונג

 

אינפֿאָרמאַציע אויף נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן

נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן זײַנען שפּראַכן װעלכע מע האָט שוין לאַנג גערעדט אין שװעדן און צוליב דעם האָבן זײ אַ ספּעציעלע פּאָזיציע: פֿיניש, סאַמיש, מיענקיעלי, ראָמיש און ייִדיש. שװעדישע שטום־לשון האָט גלײַכמאָסיקע שפּראַכיקע נײטיקײטן און רעכט.

ביסטו אַ טײל פֿון אַ נאַציאָנאַלער מינאָריטעט האָסטו דאָס רעכט צו ניצן דײַן שפּראַך אין פֿאַרבינדונג מיט די מאַכטאָרגאַנען. דאָ איז אינפֿאָרמאַציע װעגן דײַנע שפּראַכיקע רעכט און װאָס דו קענסט פֿאָדערן פֿונעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן (Västra Götalandsregionen) און אַונדערע מאַכטאָרגאַנען.

דעם 1טן יאַנואַר איז געקומען אַ געזעץ װעגן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן און זײערע מינאָריטעט־שפּראַכן. דאָס געזעץ דערקלערט אַז מע מוז באַשיצן און אונטערשטיצן די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן און אַז די מאַכטאָרגאַנען זאָלן צוהערן צו די מינאָריטעטן און געבן אַכטונג זײערע באַדאַרפֿענישן. אַלע מאַכטאָרגאַנען מוזן אינפֿאָרמירן שװעדישע מינאָריטעטן װעגן זײערע רעכט.

עס איז אַ געזעציקע שולדיקײט פֿאַר מאַכטאָרגאַנען צו צוגעבן גרונטיקע אינפֿאָרמאַציע אויף די נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן.

 פֿאַרװאַלטונג־שטח פֿאַר פֿיניש

דער מאַכטאָרגאַן זאָל באַזאָרגן מיט װיכטיקע אינפֿאָרמאַציע און געזעלשאַפֿטלעכער באַדינונג אויף פֿיניש, מיענקיעלי און סאַמיש צו נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן אין די פֿאַרװאַלטונג־שטחים. װוינסטו אין אַ קאָמונע אין אַ פֿאַרװאַלטונג־שטח האָסטו דאָס רעכט צו קאָמוניקירן מיטן מאַכטאָרגאַן אויף דײַן שפּראַך. מע זאָל קענען דיר ענטפֿערן אי רעדנדיק אי שריפֿטלעך אויף דער דאָזיקער שפּראַך. די שפּראַך פֿונעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן איז פֿיניש.

דאָ קענסטו לײענען װײַטער װעגן די רעכט צו קריגן אינפֿאָרמאַציע אויף די מינאָריטעט־שפּראַכן

www.sprakochfolkminnen.se/sprak/sprakpolitik/minoritetslagen/din-ratt-att-nvanda-nationella-minoritetssprak.html

דער מערבֿ־גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן אַראָנזשירט כּסדר מיטינגען פֿאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן.

קאָנטאַקט־פּאַרשוין יעספּער סװענסאָן, אָפּטײל פֿאַר מענטשן־רעכט.

דער מערבֿ-גיעטאַלאַנדישער ראַיאָן האָט, לויט אַ פּאָליטישן באַשלוס, אַ האַנדלונג־פּלאַן פֿאַר מענטשן־רעכט װאָס למשל האַנדלט זיך װעגן נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן.

דאָ איז פֿאַראַן װײַטער אינפֿאֳָרמאַציע װעגן דעם פּלאַן „פֿאַר יעדן מענטש”.