Denna webbplats använder teknik som troligen inte stöds i din webbläsare, därför kan vissa saker se konstiga ut eller inte fungera. Vi rekommenderar att du byter till en modern webbläsare istället.
Gå direkt till huvudinnehållet

Allvarlig coronavirus-smitta i samhället

Minska smittspridningen genom att hålla avstånd till andra och stanna hemma vid minsta förkylningssymptom. Kontakta vården om du känner dig mycket sjuk.

Aktuell information om covid-19 (VGR)

פּאָליטיק און השפּעה

פּאָליטיק און השפּעה

די אײַנװױנערס פֿון מערבֿ־גיעטאַלאַנד קענען װירקן אויף אַ סך שײכדיקע עניניםאויסגעקליבנע פּאָליטיקאַנטן פֿירן אָן דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָןװען דו שטימסט אין די ראַיאָן־װאַלן װירקסטו אויף װי אַזוי מע ניצט אויס דײַן שטײַעראַ טײל פֿונעם שטײַער ניצט מען צו פֿירן אָן די ראַיאָניקע אונטערמעמונגעןלמשלדאָקטערײַטראַנספּאָרט און קולטורמע שטימט אין די ראַיאָן־װאַלן יעדע פֿיר יאָר װען מע אויך שטימט אין די נאַציאָנאַלע װאַלן און די קאָמונע־װאַלן.

 

אַזוי פֿירט מען אָן דעם ראַיאָן פֿון מערבֿ־גיעטאַנד

מע פֿירט אָן דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן אָן דורך פּאָליטישע באַשלוסןעס איז דער ראַיאָניקער פּאַרלאַמענט װאָס באַשליסט צילן און פּריאָריטעטןדי 149 מיטגלידער פֿונעם פּאַרלאַמענט זײַנען אויסגעקליבן געװאָרן פֿון די מערבֿ־גיעטאַלאַנדישע אײַנװױנערס אין משך פֿון די שװעדישע װאַלן.

דער ראַיאָניקער פּאַרלאַמענט באַשליסט אַלגעמײנע צילן און פּריאָריטעטן אין דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן (VGR). פּאָליטיקאַנטן פֿון אַמטן און קאָלעגיעס באַשליסן װען עס קומט צו אַנדערע ענינים װעלכע האַנדלט זיך װעגן פֿירן די ראַיאָניקע אונטערנעמונגען אויף אַ פֿונקציאָנעלן אופֿן.

עס אַרבעט ברך 11000 פּאָליטיקאַנטן אין דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָןזײ זײַנען אויסגעקליבן געװאָרן פֿון דעם ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט און קומען פֿון איבערן גאַנצן ראַיאָןס'רובֿ פֿון זײ אַרבעטן מיט פּאָליטיק אויף דער פֿרײַצײַט.

די פּאָליטיקאַנטן באַשליסן װעגן די אונטערנעמונגענס אָנפֿירונגעקאָנאָמיעצילן און פּריאָריטעטןדי באַאַמטע פֿירן אָן און אַנטװיקלען די אונטערנעמונגען לויט די פּאָליטישע באַשלוסןדי באַאַמטע שטיצן אויך אונטער די פּאָליטישע אָרגאַניזאַציע דורך אָפּשאַצונגעןאַנאַליזן און קאַלקולאַציעספּלענער און פֿאָרשלאָגן פֿאַר די פּאָליטישע באַשלוסן.

 

די פּאָליטישע מאַכט

די פּאָליטיקאַנטן אין דעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָן זײַנען מיטגלידער פֿון פֿאַרשײדנענע פּאָליטישע פּאַרטײעןדי אָפּטײלונג אין דעם ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט – די מאַנדאַט־פֿאַרטײלונג – איז אַ באַשטימט געװאָרן דורך די װאַלןס'רובֿ מאָל פֿירן די פּאַרטײען װעלכע צוזאַמען האָבן אַ מערהײט פֿון די מאַנדאַטןדאָס הײסט 75 פֿון 149 מאַנדאַטןנאָך די װאַלן 2014 האָבן די מאָדעראַטןדי גרינעדי ליבעראַלן און די קריסטלעכע דעמאָקראַטןאַזאַ מערהײט מיט 76 פֿון די 149 מאַנדאַטןדערפֿאַראיז די איצטיקע אָפּאָסיציע אינעם ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט די סאָציאַלדעמאָקראַטןדי לינקע און די שװעדן־דעמאָקראַטן.

די מאַנדאַט־פֿאַרטײלונג איז אויך דער גרונד פֿאַר דער צאָל רעפּרעסענטאַנטן אין די אַמטן און קאָלעגיעסאון אויך פֿאַר דער פֿאַרטײלונג פֿון די פאָסיציעסאָנפֿירערערשטער װיצע־אָנפֿירער און צװײטער װיצע־אָנפֿירער.

 

אַזוי קענסטו װירקן אויפֿן ראַיאָן

אין אַ רעפּרעסענטאַטיװער דעמאָקראַטיע װי שװעדן קען מען קודם־כּל װירקן אויף דער געזעלשאַפֿט דורך שטימען אין די װאַלןדו זאָלסט שטימען פֿאַר די פּאָליטיקאַנטן אָדער פּאַרטײ װעלכע דו מײנסט װעלן אָנפֿירן די אונטערנעמונגען פֿונעם ראַיאָן אויפֿן בעסטן אופֿן.

בײַשפּילן פֿון אופֿנים צו װירקן אויפֿן ראַיאָן:

שטימען אין די ראַיאָן־װאַלן

מע שטימט פֿאַרן ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט אין די שװעדישע װאַלן יעדע פֿיר יאָרדי נעקסטע װאַלן זײַנען אין סעפּטעמבער 2018. צװישן די װאַלן זײַנען עס פֿאַראַן אַנדערע אופֿנים צו באַװירקן דעם ראַיאָן.

צונויפֿקלײַבן אינפֿאָרמאַציע

פֿאַר דעם װאָס מע באַשליסט עפּעס איז עס דאָ אַ פּלאַניר־פֿאַזע װֹוּ מע פֿאָרשט אויסדיסקוטירט און שאַצט אָפּ פֿאַרשײדענע לײזונגען און פֿאָרשלאַגןביסטו פֿאַראינטעריסירט מיט אַן עניןלערן זיך װֹעגן דעםװער טראָגט דאָס אַחריותװי אַזוי מאַכט מען באַשלוסןװאָס איז דער הינטערגרונטלײען אויפֿן װעבזײַטל פֿונעם מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָןזוך אין דעם רעגיסטערפֿרעג אַ באַאַמטער אָדער אַ פּאָליטיקאַנטלערן זיך און געפֿין אינפֿאָרמאַציעלמשל אויף אינטערנעץדי אָנפֿירערס פֿון אונטערנעמונגען און פֿאֲרװאַלטונגען באַשליסט אַ סך זאַכן.

ס'רובֿ אינפֿאָרמאַציע איז עפֿנטלעך

דער פּרינציפּ פֿון עפֿנטלעכקײט גיט דיר דאָס רעכט צו לײענען אַלדי דאָקומענטען אָנגעשריבן פֿון אָדער אַרײַנגעשיקט צום מערבֿ־גיעטאַלאַנדישן ראַיאָןעס איז אַ פּאָר אויסנעמעןלמשל מעדיצינישע אַקטן און רײנער אַרבעט־מאַטעריאַל.

באַזוכן אַ מיטינג פֿון דעם ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט

די מיטינגען פֿונעם ראַיאָניקן פּאַרלאַמענט זײַנען עפֿנטלעך – יעדער אײנער קען קומען צו גאַסט און צוהערןדו קענסט אויך קוקן אויף די מיטינגען לײַװ אויף vgregion.se און אויפֿן לאָקאַלן ראַדיאָאַלטע רעקאָרדירונגען איז אויך פֿאַראַן אויף vgregion.se.

בירגער־דיאַלאָג

די קאָלעגיעס פֿון געזונט און דאָקטערײַ זאָלן רעדן מיט די אײַנװױנערס פֿונעם ראַיאָןדי קאָלעגיעס פֿון געזונט און דאָקטערײַ טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר קליניקעסשפּיטאָלןדענטיסטןענינים לגבי פֿאָלקסגעזונט און אינװאַלידקײטדו קענסט רעדן מיט אַ קאָלעגיע־פּאָליטיקאַנט װאָס דו מײנסט איז גוט און/אָדער באַקאַנטדי קאָלעגיעס פֿון געזונט און דאָקטערײַ שטעלן זיך אויך כּסדר אין פֿאַרבינדונג מיט פֿאַרשײדענע באַניצערס און אָרגאַניזאַציעס.

דער בירגער־דיאַלאָג פֿון די קאָלעגיעס פֿון געזונט און דאָקטערײַ

שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אַ פּאָליטיקאַנט

דו קענסט אויך זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אײן אָדער עטלעכע פּאָליטיקאַנטן דורך טעלעפֿאָןבליצפּאָסט אָדער פּאָסטװילסטו זיך טרעפֿן מיט אַ פּאָליטיקאַנט קענסטו באַשטעלן אַ צײַט פֿאַר אַ מיטינג מיט אים/איר.

שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אַ באַאַמטער

דו קענסט דײַנע באַמערקונגען אָדער פֿאָרשלאָגן איבערלאָזן צו אַ באַאַמטערדו קענסט צושיקן אַ בליצבריװ גלײַך צום באַאַמטער אָדער צו דער רעגיסטראַציעװאָס רעגיסטרירט דײַן פֿראַגע און שיקט איר װײַטער צום גערעכטן פּאַרשוין.

דעבאַטירן

דו קענסט מאַכן אַנדערע מענטשן פֿאַראינטערעסירט מיט דײַן פֿראַגע דורך שרײַבן אַרטיקלען און פּובליציסטיק אין צײַטונגען אָדער דורך סאָציאַלער מעדיע למשך אַ בלאָגטװיטער אָדער פֿאַרשײדענע װעבזײַטלעך װוּ מע קען דעבאַטירן.

באַטײלן זיך אינעם פּאָליטישן לעבן

דו קענסט זיך אויך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אַ פּאָליטישער פּאַרטײ װאָס װילן דורכפֿירן דײַן פֿראַגעצו באַטײליקן זיך אינעם פּאָליטישן לעבן איז אַװדאי דער בעסטער אופֿן צו באַװירקן.

דעמאָקראַטיע־סקװער

אויף גימנאַזיע־שולעס אין מערבֿ־גיעטאַלאַנד אַראַנזשירט מען דעמאָקראַטיע-סקװערןװוּ פּאָליטיקאַנטן שמועסן מיט תּלמידים װעגן רעלעװאַנטע ענינים פֿאַר יוגנט.

דעמאָקראַטיע־סקװער אין מערבֿ־גיעטאַלאַנד

אינדיװידן

װילסטו װירקן אויף עפּעס װאָס האָבן צו טאָן מיט אינדיװידןלמשל געזונטבאַהאַנדלונג און אויפֿזע פֿון אַ פּאַציענטזאָלסטו קודם־כּל רעדן מיט די אָנגעשטעלטעדי אָרגאַניזאַציע אָדער די אָנפֿירערסדו קענסט אויך רעדן מיט אײן פֿון די קאָלעגיעס פֿאַר פּאַציענטןפּאָליטיקאַנטן רעדן בכּלל ניט װעגן ענינים װעלכע האַנדלט זיך װעגן אינדיװידן.

Senast uppdaterad: 2020-02-06 14:23