נאַציאָנאַלע מינדערהייטן

 

אויפֿן אָ זײַטל וועסטו געפֿינען אינפֿאָרמאַציע וועגן די קענטעניש־אינטערווענצן, בילדונגען, אויסשטעלונגען, 

עקאָנאָמישע סובווענצן און קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע מיט שײַכות צו נאַציאָנאַלע מינדערהייטן, פֿון דער קולטור־

ֿפֿאַרוואַלטונג VGR. מיר אַרבעטן בפֿרט מיט אָנגעשטעלטע בײַ קאָמונעס און ביבליאָטעקן און זיי וואָס 

רעפּרעזענטירט אײנע פֿון די אָרגאַניזאַציעס פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן. 

 

250 יאָר פֿון ייִדישן לעבן אין שוועדן

הײַיאָר איז עס 250 יאָר זינט ייִדן האָבן געקראָגן דאָס רעכט זיך צו פֿירן און לעבן אָפֿן ווי ייִדן אין שוועדן. אין משך פֿון 2025 מאַכט מען דעם עולם אויפֿמערקזאַם אויף דעם יובֿל איבערן גאַנצן לאַנד. או www.judisktliv.se קענסטו געפֿינען אַלע געשעענישן – מע לייגט כּסדרדיק צו נײַע געשעענישן.

קענטעניש־אינטערווענץ פֿאַר ביבליאָטעקן

דער וואָס אַרבעט בײַ אַ פֿאָלקס־ביבליאָטעק קען צוטרײַבן צו מאַכן די ביבליאָטעקן באַגריסן און אײַנשליסן נאַציאָנאַלע מינדערהייטן, און אויך פֿאַרשפּרייטן קענטעניש וועגן די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן. דורכן פֿאַרבעסערן דאָס אייגענע קענטעניש קען מען אַרבעטן אויף אַן אופֿן וואָס בעסער פֿאָלגט די געזעצן און קאָאָפּערירן מיט די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן, און דערצו אויך, מיט דער צײַט, אויך פֿאַרבעסערן דאָס קענטעניש פֿונעם עולם.

צונויפֿגעפֿלאָכטענע געשיכטעס – נאַציאָנאַלע מינדערהייטן אין שוועדן

די אויסשטעלונג ״צונויפֿגעפֿלאָכטענע געשיכטעס – נאַציאָנאַלע מינדערהייטן אין שוועדן״ איז פֿאַרן ברייטן עולם און אַ פּרוביר צו פֿאַרבעסערן דאָס קענטעניש וועגן די שוועדישע נאַציאָנאַלע מינדערהייטן און די ספּעציעלע רעכט וואָס זיי האָבן. דער אינהאַלט איז צונויפֿגעשטעלט פֿון דער מערבֿ־געטאַלאַנדער קולטור־פֿאַרוואַלטונג צוזאַמען מיט רעפּרעזענטאַנטן פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן אין מערבֿ־געטאַלאַנד.

די קאָאָפּעראַציע־טרעפֿונגען צווישן דעם מערבֿ־געטאַלאַנדער רעגיאָן און די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן

דער מערבֿ־געטאַלאַנדער רעגיאָן האָט אַ טראַדיציע פֿון כּסדרדיקן דיאַלאָג מיט אָרגאַניזאַציעס וואָס רעפּרעזענטירט די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן דורך די קאָאָפּעראַציע־טרעפֿונגען. דער ציל איז צו פֿאַרבעסערן די באַטייליקונג, אײַננעמען קענטשאַפֿט און פּערספּעקטיוון און צו פֿאַרשטאַרקן די דעמאָקראַטיע. בײַ די קאָאָפּעראַציע־טרעפֿונגען נעמען אָנטייל באַאַמטער, פּאָליטיקערס און רעפּרעזענטאַנטן פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן. די קאָאָפּעראַציע־טרעפֿונגען האָבן געשאַפֿן אַ פּלאַן וועגן פֿאָקוס־ענינים אין משך פֿון 2026-2023. דאָ קען מען לײענען ווײַטער וועגן די קאָאָפּעראַציע־טרעפֿונגען.

די אַרבעט מיט נאַציאָנאַלע מינדערהייטן בײַ דער קולטור־פֿאַרוואַלטונג

צוזאַמען מיט לאָקאַלע אָרגאַניזאַציעס פֿאַרשטאַרקן מיר די מאַכט איבער זיך אַליין פֿון די נאַציאָנאַלע מינדערהייטן אין מערבֿ־געטאַלאַנד. אין יאָר 2028 האָט די פֿאַרוואַלטונג:

  1. געשטיצט די אַרבעט פֿון די קאָמונעס, דורך אויסבילדונג.
  2. פֿאַרשטאַרקט די קאָאָפּעראַציע מיט מינדערהייטן אין דער אייגענער אָרגאַניזאַציע.
  3. זיך באַטייליקט אין טרעפֿונגען מיט די מינדערהייטן און אָפּגעשאַצט דעם פּלאַן.

די ראָלע פֿון די ביבליאָטעקן

 

אינעם געזעץ וועגן ביבליאָטעקן (§ 5)  שטייט אַז ביבליאָטעקן מוזן אָנבאָטן ליטעראַטור אויף די מינדערהייט־שפּראַכן.

די קיניגלעכע ביבליאָטעק רעקאָמענדירט אַז די ביבליאָטעקן אַרבעטן מיט די אָ ענינים כּדי זיך צו אַנטוויקלען:

 

  1. פּראָמאָטירן אומאָפּהענגיק פֿון נאָכפֿרעג.
  2. קאָאָפּערירן ווען ס׳קומט צו מאַסן־מעדיום און אַקטיוויטעטן.
  3. מאַכן די קינדער אַ פּריאָריטעט.

קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע

דאַניעלאַ פּינד, אָפּטייל־דירעקטאָרשע

צעלקע: 08 30 084 - 072

בליצפּאָסט: daniella.pind@vgregion.se

 

ענינים מיט שײַכות צום קענטעניש־אינטערטטענץ פֿאָר ביבליאָטעקן (KIT)

אָסאַ־מאַריאָ בערג לעווינסאָן (קאָנסטולט, ביבליאָטעק)

בליצפּאָסט: asa-maria.berg.levinsson@vgregion.se   

צעלקע: 08 30 084 - 072

 

יעספּער סווענסאָן (רעגיאָן־אַנטוויקלער)

בליצפּאָסט: jesper.svensson@vgregion.se

צעלקע: 20 20 949 - 076

 

ענינים מיט שײַכות צו דער קאָאָפּעראַציע מיט נאַציאָנאַלע מינדערהייטן/דער סטראַטעגיע־אַרבעט

וואַניאַ טימבאַק (רעגיאָן־אַנטוויקלער)

בליצפּאָסט: vania.timback@vgregion.se

צעלקע: 88 16 146 - 076

 

ענינים מיט שײַכות צו דער אויסשטעלונג ״צונויפֿגעפֿלאָכטענע געשיכטעס – נאַציאָנאַלע מינדערהייטן אין שוועדן״

אידאַ לאַגנאַנדער (פּעדאַגאָג)

בליצפּאָסט: ida.lagnander@vgregion.se

צעלקע: 42 02 352 - 070

 

ענינים מיט שײַכות צו האַנטאַרבעט און מלאָכה פֿון נאַציאָנאַלע מינדערהייטן

טאָביאַס האַוואַס (האַנטאַרבעט־קאָנסולט)

בליצפּאָסט: tobias.havaas@vgregion.se

צעלקע: 08 30 084 - 072